איך האָב באַשלאָסן צו שרײַבן אַ בלאָג מיטן נאָמען "דער ערשטער קוואַרטאַל יאָרהונדערט". דאָס וועט נישט זײַן קיין פּאָליטישער אָדער ליטעראַרישער בלאָג, נאָר אַ פּערזענלעכער בלאָג וועגן זאַכן וואָס זענען געווען וויכטיק הײַנט פֿאַר מיר פֿון די ערשטע פֿינף און צוואַנציק יאָר פֿונעם איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
יעדער (בלאָג)קװיטל װעט זיך באַשטײן פֿון בערך הונדערט װאָרטער. איך װעל פּרוװן שרײַבן פֿינף און צװאַנציק קװיטלעך במשך דעם יאָר ־ דאָס הײַסט אײן קװיטל יעדער צװײ װאָכן.
צװישן אַנדערע טעמעס װעל איך שרײַבן װעגן דעם משפּחה, אַ היפּש ביסל װעגן דעם זײדן און זײַנע רײסעס. איך דאַרף אױך שרײַבן װעגן מײַן אײגענע לעבנס־רײַסע ־ פֿון געראָטן אאָבער נישט־צופֿרידן פּסיכאָלאָג צו באַפֿרידיקט מענטש אױף פּענסיע ־ די שפּאַצירן, די זוכן פֿאַר די פֿאַמיליע־װאָרצלן, און דער אָנהײב פֿון מײַנע לימודים אױף ייִדיש. און אַװדאי מוז איך רעדן וועגן מיין שריפֿטן און מיינע ביכער.
װען איך שרײַב אַן אַרטיקל פֿאַר אַן עפֿענער מיקראָפֿאָן אָדער אַ פּרעזענטאַציע אין קלאַס עס איך װיל אַז דער טעקסט זאָל זײַן ריכטיק. אָבער פֿאַר מײַן בלאָג איך װעל שרײַבן מײַן אײגענע עכטע װערטער (אַפֿילו מיט טעותן ־ מיט אַ֜לע מעלות און חסרונות) אָן אױסבעסערונגען פֿון מײַנע לערערקעס.
Add comment
Comments