אַ טראַכט טאָן װעגן אַלטע ווערן

מע עלטערט ניט פּלוצלינג אָדער אַפֿילו ביסלעכװײַז.  װײַזט זיך אַרױס אַז געעלטערן מיר ספּאָראַדיש. אײן טאָג דו ביסט אַ יונגער, דעם צװײטן דו ביסט אַן אַלטער און נאָצדעם אַרומשפּרינגען די יאָרן. דער שפּיגל פֿאַרשעלט דיך בכדי דו קענסט נאָכשפּירן די איבערבײַטן אָבער יעדער אײַנבליק אין פֿאַרבײַלױפֿנדיקער צײַט איז אַ קלאַפּ; דו זעסט אױס אַזױ יונג װען דו פֿילסט אַזױ אַלט, און דו זעסט אױס אַזױ אַלט װען דו פֿילסט אַזױ יונג.

Read more »

דער ערשטער קוואַרטאַל

איך האָב באַשלאָסן צו שרײַבן אַ בלאָג מיטן נאָמען "דער ערשטער קוואַרטאַל יאָרהונדערט". דאָס וועט נישט זײַן קיין פּאָליטישער אָדער ליטעראַרישער בלאָג, נאָר אַ פּערזענלעכער בלאָג וועגן זאַכן וואָס זענען געווען וויכטיק הײַנט פֿאַר מיר פֿון די ערשטע פֿינף און צוואַנציק יאָר פֿונעם איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

Read more »

?מיט האָפֿנונג

עס איז שװער צו דערמאָנען די טעג װען דאָס לעבן איז געװען גרינגערער און רײנערער. הײַנט מיר האָבן קריזיס נאָך קריזיס ־ דער װעלט װאָרט הײסער און הײסער, מלחמות אױספּלאַצן, עקאָנאָמיעס זיך צעפֿאַלן און פֿעלקער גייען נע־ונד. יאַנואַר איז דער קעלטסטער חודש!

Read more »

מײַן זײדע אין אַנטװערפּן

אויף זײַטל זיבן און דרײַסיק פֿונעם זיידנס טאָג-בוך האָב איך געלייענט אַז אין אויגוסט 1898 איז ער געפֿאָרן אין אַן אָרט װאָס הײסט 'האַנווערבן'. איך האָב געהאַט צוויי פֿראַגעס. וווּ איז האַנווערבן און פֿאַרוואָס האָט ער געמאַכט אַ רײַזע אױף אַ שיף פֿון האַל אין יאָרקשיר? בײַם סוף האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז האַנווערבן איז דאָך אַנטװערפּן, אָבער איך האָב ניט געװוּסט די סיבה פֿאַר זײַן נסיעה.

Read more »

ניטאָ קײן שפּראַך

ניטאָ קײן שפּראַך אָן פּראָזע ־ ניטאָ קײן פּראָזע אָן פּאָעזיע. אָבער װאָס איז פּאָעזיע סײַ װי סײַ?

Read more »

אַ סאַסעקס שפּאַציר

איך בין צו מיד צו שלאָפֿן. בילדער אינעם זינען ־ קראַמפּן אין די פֿיס ־ אַ סימן אַז נעכטן האָב איך אַ לאַנגער שפּאַציר געטאָן. שטײ איך אױף און שרײַב אַ בלאָג־פּאָסט... פֿרײַטיק זענען מיר געגאַנגען צו פֿוס פֿונעם ים בײַ סאָלטדין קיין לואיס, אַ שפּאַציר פֿון בערך זעכצן קילאָמעטערס.

Read more »