מײַן זײדע אין אַנטװערפּן

Published on 26 November 2025 at 12:07

אויף זײַטל זיבן און דרײַסיק פֿונעם זיידנס טאָג-בוך האָב איך געלייענט אַז אין אויגוסט 1898 איז ער געפֿאָרן אין אַן אָרט װאָס הײסט 'האַנווערבן'. איך האָב געהאַט צוויי פֿראַגעס. וווּ איז האַנווערבן און פֿאַרוואָס האָט ער געמאַכט אַ רײַזע אױף אַ שיף פֿון האַל אין יאָרקשיר?

אויף זײַטל זיבן און דרײַסיק פֿונעם זיידנס טאָג-בוך האָב איך געלייענט אַז אין אויגוסט 1898 איז ער געפֿאָרן אין אַן אָרט װאָס הײסט 'האַנווערבן'. איך האָב געהאַט צוויי פֿראַגעס. וווּ איז האַנווערבן און פֿאַרוואָס האָט ער געמאַכט אַ רײַזע אױף אַ שיף פֿון האַל אין יאָרקשיר? בײַם סוף האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז האַנווערבן איז דאָך אַנטװערפּן, אָבער איך האָב ניט געװוּסט די סיבה פֿאַר זײַן נסיעה.

איך מוז איצט זאָגן אז מיט מײַן ייִדיש און דעם זײדנס האַנטשריפֿט אַיז געװען שװער צו לײענען דעם טאָג־בוך ־ און עס האָט פֿאַרנומען אַ סך צײַט און אַרבעט ביז איך קען פֿאַרשטײן אַפֿילו אײן שורה. סײַ װי סײַ, האָב איך באַשלאָסן צו פֿאָרן קײן אַנטװערפּן כּדי נאָכצוגײן אין דעם זײדנס פֿוסטריט.  אין מײַן טשעמאָדאַן האָב איך מיטגענומען פֿאָטאָקאָפּיעס פֿונם טאָג־בוך.

דער צענטראַלער װאָקזאַל אין אַנטווערפּן איז איינער פֿון ​​די שענסטע װאָקזאַלן וואָס איך האָב געזען אין אייראָפּע. עס איז פֿול מיט מענטשן און צװישן זײ אױך אַ סך חסידישע ייִדן ־ װײַל אין די גאַסן פֿאַר דעם װאָקזאַל זענען אַ סך בריליאַנטן־האַנדלערסלײַט ־ הײַנט איז דאָס אַ ייִדישע געגנט און אַ סך פֿון די האַנדלערס זענען חסידים.

פֿונדעסטװעגן איז עס קלאָר אַז דער זײדע (אַן אָרעמע שנײַדער פֿון לובלין, און שפּעטער פֿון ניו־יאָרק, פּאַריז און האַל אין יאָרקשיר) איז ניט געקומען קײן אַנטווערפּן כּדי צו קױפֿן בריליאַנטן.

ער האָט געשריבן אַז מיטװאָך איז ער "געװען מיט דער שיף געפֿאָרן פֿון האַל קײן אַנטווערפּן" ־ ער האָט גענומן אַ "טיקעט סעקאָנד קלאַס" פֿאַר פֿופֿצן שילינג. די רײַזע אױפֿן װאַסער איז געװען שװער פֿאַר אים ־ ער האָט געהאַט די ים־קראַנקײַט. דאָנערשטיק איז ער אָנגעקומען אין צושיפֿשטעל אָדער דאָק נומער 3 און אין אָװנט האָט ער געפֿונען אַ האָטעל.

איך האָב געקוקט אױפֿן טאָג־בוך. די גוטע נײַעס ־ דער זײדע האָט געשריבן די אַדרעסן אין לאַטינישע אותיות ־ די שלעכטע נײַעס ־ די נעמען פֿון די גאַסן זענען געשריבן געװאָרן אין פֿראַנצײזיש נאָר אינעם צוואַנציקסטע יאָרהונדערט האָט מען איבערגעביטן די נעמען אױף פֿלעמיש (דאָס הײסט האָלענדיש). הײַנט זענען אַלע די גאַסן נעמען אױף פֿלעמיש.

נאָך אַ לאַנגן דורכזוך אױפֿן אינטענץ האָב איך געפֿונען אַ רשימה פֿון גאַסן אין אַנטווערפּן מיט אירע פֿראַנצײזישע נעמען. דער האָטעל װוּ דער זײדע איז אײַנגעשטאַנען איז געװען אין  Rue de Musette Bleu װאָס איז הײַנט  Blauw-moezel-straat . און דאָס דאָזיקער האָטעל איז נאָך דאָ. הײַנט איז דאָס אַן עלעגאַנטע בוטיק־האָטעל אָבער איך מײן אַז אין 1898 איז עס געװען אַ ביסל אָפּגעלאָזן. אַ פּנים די פֿאַרחובנדיקע גאַס איז געװען אין אַ ייִדישע געגנט.

ער האָט געשריבן װעגן צװײ אַנדערע ערטער ־ אָבער װען איך בין געגאַנגען אַהין האָב איך געזען אַז די בנינים זענען אין גאַנצן נײַע. למשל, דער זײדע האָט געשריבן אַז אין 17 Rue de Vapeur  װאָס איז הײַנט 17 Stoomstraat  איז געװען אַ ייִדישער רעסטאָראַן און ער איז געװען דאָ מיט אַ חבֿר. הײַנט איז דאָס אַ מאָדערנער ביוראָ.

װידער האָב איך געקוקט אינעם טאָג־בוך. דער זײדע האָט געשריבן װעגן דעם רעסטאָראַן, און האָט געזאָגט אַז יענעם אָוונט האָט ער געװאָלט אױסבאָרגן בײַם חבֿר געלט כּדי צו קױפֿן אַ באַנבילעט צו פֿאָרן קײן פּאַריז. און סוף־כּל־סוף האָב איך פֿאַרשטאַנען די סיבה פֿאַר דער זײדנס נסיעה. װײַל אײן יאָר פֿריער, אײדער ער אַיז אָנגעקומען אין ענגלאַנד, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַ מײדל אין פּאַריז און האָט געוואָלט חתונה האָבן מיט איר. אירע עלטערן אָבער האָבן אים אָפּגעזאָגט. זײ האָבן אים געגעבן אַ בילעט אױף אַװעקצופֿאָרן קײן לאָנדאָן, און אַן אַדרעס אין האַל װוּ ער האָט געקענט געפֿינען אַרבעט.  אָבער ער האָט אַ פּנים ניט געקענט פֿאַרגעסן דאָס מײדל און האָט באַשלאָסן צו פּרוּװן צוריקפֿאָרן קײן פּאַריז. נאָר ער האָט ניט געהאַט גענוג געלט פֿאַר אַ בילעט, און דער חבֿר אין רעסטאָראַן האָט אים ניט געגעבן קײן געלט.  און אַזױ אַרום איז ער נאָך צװײ װאָכן טאַקע צוריקגעפֿאָרן קײן האַל.

דערװײַל האָבן מיר נאָך שפּאַצירט אין אַנטװערפּן און דאָרט זענען דאָ עטלעכע זײַער אינטערעסאַנטע מוזייען. מיר האָבן װיזיטירט אַ מוזײ פֿון דרוקאַרבעט.  דאָס איז אײנער פֿון די ערשטע דרוקערײַען װאָס איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן אין אַנטװערפּן מיט פֿיר הונדערט יאָרן צוריק.  זײ האָבן אַרױסגעגעבן אַ גרױסע ביבל (דאָס הײַסט ־ תנ"ך מיט ברית חדשה) אין פֿינף שפּראַכן ( און אין אַכט בענד).

אַן אַנדער מוזײ איז MAS (מוזײ אױפֿן טײַך) ־ אַ פֿאַנטאַסטישער בנין.  אויף יעדן שטאָק אַן אַנדערע אויסשטעלונג ־ למשל דער מיסחר, די שפּייַז, די קונסט פֿון דרום אַמעריקע, און אַנטװערפּן אין מלחמה־צײַט. ס'איז דאָ הײַנט אַן אױסשטעלונג װעגן  די אַרױסשיקונג פֿון די אַנטװערפּער ייִדן, און די געשיכטע פֿונעם רעזיסטאַנס קעגן די נאַציס.  זייער רירנדיק.

פֿונעם דאַך פֿון MAS קען מען זען די גאַנצע שטאָט און די דאָקן און די צושיפֿשטעל פֿון װאַנען דער זײדע איז צוריקגעפֿאָרן קײן האַל. און דאָרט אין האַל האָט ער זיך געטראָפֿן און חתונה געהאַט מיט מײַן באָבען. שפּעטער האָבן זיי געהאַט נײַן קינדער, זעקס זין און דרײַ טעכטער ־ צװישן זײ מײַן מאַמע. און דאָס איז די סיבה פֿאַרװאָס איך רעד ענגליש און ניט פֿראַנצײזיש.

Add comment

Comments

There are no comments yet.

Create Your Own Website With Webador