אַ סאַסעקס שפּאַציר

Published on 23 August 2025 at 19:46

איך בין צו מיד צו שלאָפֿן. בילדער אינעם זינען ־ קראַמפּן אין די פֿיס ־ אַ סימן אַז נעכטן האָב איך אַ לאַנגער שפּאַציר געטאָן. שטײ איך אױף און שרײַב אַ בלאָג־פּאָסט... פֿרײַטיק זענען מיר געגאַנגען צו פֿוס פֿונעם ים בײַ סאָלטדין קיין לואיס, אַ שפּאַציר פֿון בערך זעכצן קילאָמעטערס.

אױפֿן װעג האָבן מיר געזען אַז אין אַלע די גאַסן האָבן געפֿלאַטערעט די ענגלישע פֿענער־ רױט און װײַס. אינעם אױטאָבוס האָב איך געפֿרעגט אַ פּאַסאַזשיר, װאָס איז די סיבה פֿאַר אַלע די פֿענער. האָט געענפֿערט, ס'איז װיכטיק צו שטאָלצי֜רן מיט אונדזערן לאַנד און אונטערצוגעבן ניט צו די מענטשן פֿון די רע֜כטע. אָבער נאָכדעם האָב איך געהערט אַז ס'איז געװען טאַקע די מענטשן פֿון די רע֜כטע װאָס האָבן געקױפֿט די פֿענער.

פֿון סאָלטדין זענען מיר געגאַנגען אַרױף דעם שמאָלן װעגל קײן טעלסקום אַ טיפּיש סאַסעקס דאָרף מיט שײנע הױזע, אַ קלײן שול און אַן אַלטן קלױסטער. פֿלאַטערלעך און רױזן. צװישן טעלסקום און סױטיז חאָבן מיר געזען אַ גרױס פֿאַרם פֿול מיט אַלטע מאַשינעריע און אומעטום דעם ריח פֿון קי און שעפּס. איצט ס'האָט געשײנט די זון. ס'איז געװען זײער הײַס. אין דער פֿאַרם האָבן די באַטראַקעס אונדז באַגריסן און געשמײכלט ( צי אפשר געלאַכט?) . בײַם קלױסטער אין סױטיז זענען מיר געזעצט און האָבן געטרונקען װאַסער. סױטיז איז געװען דעם ערשטען דאָרף װוּ װירדזשיניע װאָלף און איר מאַן לעאָנאַרד װאָלף האָבען געװױנט אין סאַסעקס אײדער זײ האָבן געקױפֿט אַ שטוב אין ראָדמעל דעם שכנותדיקן דאָרף.

פֿון סױטיז האָבן מיר געגאַנגען קײן דער בריק איבערן טײַך אוּז און אַ לאַנגען שפּאַציר בײַם ברעג טײַך. איצט זענען מיר געװען צופֿרידן אַז עס זענען אין הימל װײַסע װאָלקנס און עס האָט געבלאָזן אַ  גרינגע װינטל. בײַם װײַטן צײַט פֿונעם טאָל אַ קלײנע באַן איז געפֿאָרן פֿון לואיס קײן ניוהײװן ־ עס איז געזען אױס װי אַ קינדס באַן. פֿאַר אונדז האָבן מיר געקענט זען די טומלדיקע טראַפֿיק אױפֿן שאָסײ פֿון ברײַטאָן קײן איסטבאָרן.

דאָ און דאָרט בײַם ברעג טײַך האָבן זיך געזעצט מענטשן. אַ יונגע פּאָרל חלומעדיקן; אַ טאַטע מיט זײַן טאָכטער װאָס האָבן גערעדט ערנסט װעגן די נאַרקאָמאַניע; צװײ פֿרױען האָבן  אונדז אַ זאָג געטאָן ־ 'העלאָ'. עטלעכע משפחות זענען פֿאַרבייגעפאָרן אויף ראָװערן. מיר זענען װײַטער אָנגעגאַנגען אונטער דער בריק פֿונעם גרױסן שאָסײ ־ און מיר זענען אָנגעקומען אין לואיס. פֿונעם אַלטען פּריאָראַט (װאָס דער מלך הענרי דער אַכטער האָט חרובֿ געמאַכט) פֿאַרבײַ די גאַלעריע װוּ מען קען זען אַנ אױסשטעלונג פֿון די מאָלערין װאַנעסה בעל (די שװעסטער פֿון װירדזשיניע װאָלף) ־ און מיר זענען אָנגעקועמן אין אַן אױסגעצײכנטער קרעטשמע. אַ דערפֿרישנדיק גלעזל ביר און אַ סענדװיטש.

דערנאָך זענען מיר געגאַנגען אין באַן סטאַנציע. אין באַן האָבן מיר געזען מיטגלידער פֿונעם גלײַנדבאָרן אָרקעסטער (זײ האָבן געזען אױס װי פּינגװינען), און צװײ גרױע פֿרױען װאָס זענען געפֿאָרן צו אַ לװיה. זײער פֿרײַנד, אַ פֿאָטאָגראַף, איז לעצטנס געשטאָרבן ־ אַן אַלטער יִיד. 'אײַ, װי סע פֿליט די צײַט!' האָט געזאָגט די ערשטע פֿרױ. 'טאַקע.' האָט געזאָגט די צװעטע. אױך אין דער באַן האָט זיך געשטױסט אַ רעדל לעבעדיקע ײַונגע־לײַט װאָס האָבן געזונגען הויכע לידער. און אַזױ סוף־⁠כּל־⁠סוף זענען מיר אָנגעקומען אַהײם ־ נאָך כּמעט פֿינף און צװאַנציק טריט. אַ װונדערלעך זומערטאָג. און איצט װעל איך פּרוּװן שלאָפֿן.

Add comment

Comments

There are no comments yet.