אױף ענגליש איז דאָ אַ נוציקער אײַנפֿאַל ־ די 'באַקעט־ליסט' ־ די עמער־רשימה. איז דאָ אַן ענלעכער אײַנפֿאַל אױף אייִדיש? אַ װיכטיקע זאַך אױף מײַן רשימה איז צו זען אַ הױכע־קולטורעלע פּיעסע. לכן פֿאַר מײַן געבורטסטאָג זענען מיר געפֿאָרן מיט דער באַן קײן לאָנדאָן צו זען די מױז־פּאַסטקע (מױסטראַפּ).
עס איז ניט געװען קײַן עקספּרעס־באַן און מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט אין יעדער װאָקזאַל. פּאַסאַזשירן זענען אַרײַנגעקומען און זיך אַראָפּגעלאָזט אין יעדער װאָקזאַל. םיר האָבן געזען און געהערט אַ סך מאָבילקעס. אױפֿן ערשטן װאַקזאַל איז אַרײַנגעקומען אַ ײַונגע פֿרױ, אַ דינע און אַ געפֿאַרבטע, מיט קורצע קלײַדער און לאַנגע נעגל. פֿון איר האָבן מיר געהערט װעגן דער מאַמע װאָס אַיז קראַנק אין שפּיטאָל מיט אַ גאַנצע רשימה פֿון קראַנקייטן, בפֿרט פּראָבלעמען מיטן מאָגן, און פּרטים מיט דער פֿאַרדײ־סיסטעם װאָס מען זאָל זיך ניט אונטערהערן אַױף אַ געבורטסטאָג.
ביי דער װײַטערדיקער סטאנציע װען זי איז אַראָפּגעגאַנגען, איז אָנגעקומען אַ הױכער גרױער מאַן, אַ מיטל־יאָריקער, ערנצט און נערװעז, װאָס האָט אַ פּנים געװאָלט אנולירן זײַן אױטאָ־פֿאַרזיכערונג. ערשט האָט ער גערעדט מיטן פֿאַרזיכער־אַגענט, דערנאָך מיט דער פֿאַרזיכער־פֿירמע און צום סוף מיטן באַנק. צװישן גאַטװיק־אַעראָפּאָרט און קרױדאָן האָבן מיר זיך געלערנט דעם מאָבילקע־נומער, זײַן אַדרעס, זײַן װײַבס נאָמען, אַון די פּרטים פֿון זײַן באַנק־קאָנטע ־ גענוג אינפֿאָרמאַציע װאָס אױב מיר זענען געװען גנבים האָבען מיר געקענט אױסלײַדיקן די קאָנטע.
װען ער איז געװען אַװעק איז אָנגעקומען די װײַטערדיקער פּאַסאַזשיר און איז געזעצט לעבן אונדז. זי איז געװען אַ גרובע פֿרױ מיט געקרײַזלטע האָר, און אַ װײַטער שמײכל, און אין די הענד אַ זעקל שאָקאָלאַדן און אַ בוך. אַ פּנים האָט זי געהאַט שטאַרק ליב דעם דעטעקטיװ־ראָמאַן פֿון אַנטאָני האָראָװיץ, אַ בוך װאָס צופֿעליק האָט מיר אַ פֿרײַנד געגעבן פֿאָר מײַן געבורטסטאָג װאָס איך האָב נאָך ניט געלײענט. די גרױסע פֿרױ מיט אַ הויכער שטימע האָט דערצעלט איר שװעסטער די גאַנצע געשיכטע פונעם בוך בתוכם דער נעמען פֿון דער קרבן און דער מערדער. איך בין געװען צופֿרידן אַז זי האָט ניט געזען דער מױסטראַפּ. צװישן קרױדאָן און קלאַפּאַם האָט זי געגעסן דאָס גאַנץ זעקל שאָקאָלאַדן.
סוף־כּל־סוף זענען מיר אָנגעקומען אין לאָנדאָן און געגאַנגען צו פֿוס פֿון װיקטאָריע אַדורך גאַסן פֿול מיט טוריסטן װאָס האָבן געמאַכט "סעלפֿיס" אונטער "ביג בען" און בײַ די אײַזענע טױרן פֿון דאױנינג סטריט. װײַטער האָבן מיר געשמעקט די ריחות פֿון אַ הונדערט רעסטאָראַנען אין סאָהאָ. סוף־כּל־סוף האָבן מיר אָנגעקומען אין טעאַטער. און װאָס קען איך זאָגן אײַך װעגן דעם מױסטראַפּ? גאָרניט! אין טעאַטער האָבן זײ געבעטן אַז מיר זאָלן ניט רעדן װעגן דער פּיעסע. װי מען זאָגט וואָס פּאַסירט אין טעאַטער זאָל בלײַבן אין טעאַטער. איך װעל ניט דערצײלן קײן װאָרט אױף זום. אָבער װאַרט אַ ביסל ־ און אפשר װעל איך אָנקלינגען אויף דער מאָבילקע װען איך פֿאָר קײן ברײַטאָן אין דער באַן.
Add comment
Comments