אַ װאַקאַציע אין קאָרדאָבע

Published on 31 October 2024 at 14:36
A gate to the Mesquita in Cordoba

נו ־ זײ האָבן אַנטדעקט אַז קריסטאָפֿער קאָלאָמבוס איז געװען אַ ייִד. אױף דעם זעלבן טאָג װען די מבֿינים, די מומחים, האָבן אָנגעזאָגט די נײַעס זענען מיר געװען נאָענט צו אַ גרױסע סטאַטוע פֿון קאָלאָמבוס מיט פֿערדינאַנד און איזבעלה ־ ימח שמם ־ אין דער שײנער שפּאַנישער שטאָט קאָרדאָבע.

מיר זענען געװען זעקס חבֿרים ־ פֿיר פֿון ענגלאַנד און צװײ אַלטע פֿרײַנד פֿון ישראל װאָס האָבן זיך גענײטיקט אין אַ װאַקאַציע אין אױסלאַנד. עס איז ניט געװען אַ װאַקאַציע אין דער זון װײַל עס איז געגאַנגען אַ רעגן פֿון דעם ערשטן ביז דעם לעצטן טאָג. אָבער מיר האָבן געזען אַ סך װונדערלעכע ערטער.

אַ ביסל מער ייִדישׂלעך פֿון קאָלאָמבוס איז געװען דער רמב"ם װאָס איז געבױרן געװאָרן אין קאָרדאָבע אין דער גאָלדענער צײַט װען די ייִדן, די מוסולמענער און די קריסטן האָבן געלעבט און געאַרבעט שלװהדיק צוזאַמען. דער רבי, װאָס האָט אױך געהײסט מײַמאָנידעס, איז געװען אַ צדיק, אַ פֿילאָסאָף, אַ דאָקטאָר, און אַ וויסנשאַפֿטער. ער האָט געאַרבעט מיט איסלאַמישע און קריסטלעכע בעלי־מחשבֿות. ער האָט געשריבן 'דער משנה תורה' און 'מורה נבוכים' צװישן אַ סך אַנדערע ביכער.

 בעצם איז ניט געװען אַזױ שלװהדיק ־ און װען מײַמאָנידעס איז געװען נאָך אַ ייִנגל האָט ער געדאַרפֿט אַװעק מיט דער משפּחה פֿון קאָרדאָבע, און נאָך דעם פֿון גראַנאַדע נאָך אַ שחיטה. 

פֿונדעסװעגן  איז דאָ הײַנט אין קאָרדאָבע אַ ייִדישע קװאַרטל ־ אָבער אָן קײן ייִדישער קהילה. עס איז דאָ זײער אַ שײנער אַלטער בית המדרש פֿון פֿאַר דעם גירוש שפּאַניע. עס איז געבױט געװאָרן אין 1315. אױף די װענט קען מען זען שײנע גראַװירונגען.

  דער בנין איז אַנטדעקט געװאָרן אין 1885.

נאָענט צום בית המדרש איז אַ מוזײ פֿון ייִדישער־ספֿרדישער קולטור ־ װאָס הײַס 'קאַסאַ ספֿאַרד' ־ בית ספֿרד. 

װען מיר זענען געװען דאָרט איז געװען אַ זינגער אין הױף װאָס האָט געזונגען לידער אױף לאַדינאָ, העברעיש און טערקיש.

מיר האָבן געגעסן אין אַ ספֿרדיש רעסטאָראַן ־ און געטרונקן אַ סך 'ריאָכע' װײַן. עס איז דאָ אַ סך יידישע ערטער װײַל קאָרדאָבע איז געװען אַ װיכטיקע שטאָט אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון שפּאַניע.


אָבער דער שענסטע אָרט אין קאָרדאָבע איז דער ריזיקער גלענצנדיקער מעטשעט ־ װאָס הײַנט איז אַ קאַטעדראַלע. עס איז זײער שײן ,און זעט אױס װי אַ װאַלד פֿון אַרקעס, בױגנס אָן אַ שיעור ־ װי װײַט דאָס אױג קען זען.


צום באַדױרן װען די קריסטלעכע קעניגן זענען אָנקעקומען אין אַנדאַלוסיע האָבן זײ אָנגעפּאַשט אַ מיאוסע קאַטעדראַלע פּונקט אין מיטן פֿון דעם עלעגאַנטן מעטשעט־װאַלד.

  יאָ ־ עס איז ניט געװען אַ גאָלדענע צײַט פֿון 'לא ישאו גוי אל־גוי חרב' אָבער אפֿשר איז עס געװען אַביסל בעסער פֿון הײַנטיקן טאָג.

Add comment

Comments

There are no comments yet.