לכתּחילה עס זענען געװען פֿינף ברידער און שװעסטער װאָס האָבן געשטאַמט פֿון אַ קלײנע דאָרף װאָס הײַסט געדראָװיטשׂ ( Giedraičiai אוף ליטװיש) בײם ברעג קיעמענטאַס ,אַ אָזערע אין מערב ליטע. די באָבע און צװײ ברידער זענען געקומן קײן ענגלאַנד בײַם סוף פֿון דער נײַנצנטן יאָרהונדערט, אָבער אײן ברודער און אײן שװעסטער זענען געבליבן אין ליטע.
דער ערשטער אָביעקט איז אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער משפּחה פֿונעם באָבעס ברודער אין װילנע. איך האָב שױן געשריבן װעגן זײַן טאָכטער װאָס איז געװען אַ דאָקטאָר אין װילנער געטאָ און נאָך דעם אין אַן אַרבעט־לאַגער אין ריגע. איך האָב אױך גערעדט װעגן זײַן זון װאָס האָט געשריבן אַ טעסיס װעגן די אַגריקולטורעלע דאָרפֿן אין פּױלן. אַן אַנדערע טאָכטער איז געװען אַ כעמיקער און אַן אַנדערער זון איז געװען אַן אַקטיאָר. די צװײטע צווייַג פֿון דער משפּחה האָט געװױנט אין קאָװנע און מײַנע עלטערן האָבן גערעדט װעגן די קוזינעס װאָס פֿלעגן פֿאָרן פֿון ליטאַ קײן לאָנדאָן פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה. זײ זענען כּמעט אַלע אומגעקומן אין דער חורבן.
דער צװײטער אָביעקט איז מײַן זײדעס טאָגבוך ־ אין װאָס ער האָט דערצײלט װעגן זײַנע רײַזעס אין אַמעריקע און אין פֿראַנקרײך. ער איז געקומען פֿון פּױלן און דאָס טאָגבוך, װאָס איז פֿאַרשטײט זיך געשריבן אױף ייִדיש, איז די סיבה פֿאַרװאָס איך האָב אָבגעהױבן זיך לערנען דער מאַמע־לאָשן.
דער דריטער אָביעקט איז די באָבע־זײדעס כּתובה. נאָך זײַנע רײַזעס איז דער זײדע אָנגעקומען קײן האַל ( Hull) אין ענגלאַנד און חתנה געהאַט מיט מײַן באָבע. צוזאַמען האָבן זײ געהאַט זעקס זין און דרײַ טעכטער. די דרײַ שװעסטער האָבן חתנה געהאַט מיט דרײַ ברידער.
דער פֿירטער אָביעקט איז דער פֿאַרבעטונג צו מײַנע עלטערס חתונה אין נײַנצן אַכט און דרײַציק. צװישן די געסט זענען געװען די קוזינעס פֿון קאָװנע, און עס איז געװען דער לעצטע מאָל אַז זײ זענען געװען אין ענגלאַנד פֿאַר דער חורבן. מײַן טאַטע איז געשטאָרבן װי אַ ײַונגמאַן װען איך בין געװען נאָר אַ קלײן קינד און איך קען אים נישט געדענקען. איך האָב נאָר אַ פּאַר פאָטאָגראַפיעס פֿון אים (כאָטש ער איז געװען דער ערשטער פֿאָטאָגראַף אין דער משפּחה).
איך האָב איין וויכטיקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אונדזערער משפּחה, די עלטערן, מיט דער שװעסטער און מיר װען מיר זענען געװען קלײנע קינדער. און די פֿינפֿטער אָביעקט איז אַ געמאָלן שטײנדל װאָס מײַן סשװסטער האָט געשאַפֿן. ווי אַ דערוואַקסנע האָט זי געשאַפֿן אַ סך אַזעלכע שטעײנדלעך װי מתנות. זי איז געשטארבן מיט איין חודש צוריק אַון מיר האָבן באַשלאָסן צו מאַכן אַ בילדער־ביכל פֿון אירע שטײנדלעך װי אַן אָנדענקונג.
Add comment
Comments