אין מיטן נאַכט האָב איך זיך אױפֿגעװעקט און אָנגעשטעלט דעם טעלעװיזאָר. כ'האָב געזען צװײ אלטע־קאַקערס ־ אײנער מטושטש דער צװײטער אַ מטורף. אפֿשר האָב איך נישט זיך אױפֿגעװעקט. אפֿשר ס'איז געװען נאָר אַ קאָשמאַר. האָב איך נאָך אַמאָל געליגט זיך שלאָפן.
אַ מאָל איז געװען אַן אַלטער אַ קלוגער, אין אײן עלטער מיט די צװײ פּאָליטיקערס, װאָס האָט געשאַפֿן שײנע קונסט. ער איז געװען איינער פֿון די װיכטיקע קינסטלער וואָס האָבן איבערגעקערט קונסט אין די ערשטע יאָרן פונעם 20סטן יארהונדערט. װען ער איז געװען צו שװאַך אויסצומאָלן האָט ער געשאַפֿן אַ נייע טאַלאַנט. ער האָט אָנגעהײב צו שנײַדן בילדער מיט שערן. הײַנט האָבן ממיר מאַכן אַ באַזוך אינעם האָװ מוזײ צו זען אַן אױסשטעלונג פֿון פּאַפּיר שנײַדונגען פֿון אַנרי מאַטיס. אַ מחיה!
מײַן טאָג איז געװען בעסער װי מײַן נאַכט!
Add comment
Comments