אין די דאָזיקער וועלדער האָט מען געהערט יידישע שטימען. דער דריטער ייִדישער סוף־װאָך איז פֿאַרגעקומען אין הילסקאָרט ־ אַ קאָנפֿערענץ צענטער לעבן בירמינגהאַם װאָס געהערט צום לערערס־פּראָפֿפֿאַרײַן. און יאָ ־ מיר האָבן גערעדט נאָר ייִדיש! עס יז געװען אַ פֿול פּראָגראַם אַקטיװיטעטן ־ אַזױ פֿול ־ ס'איז געװען שװער צו באַשלאָסן בײַ װעלכער בײַצוזײַן. רעפֿעראַטן, װאַרשטאַטן, טאַנצן און געזונגען, אַן אָפֿענער־מיקראָפֿאָן מיט לידער און פּיעסעס. מענטשן זענען געקומען פון אַלערלײ לענדער - ענגלאַנד, שאָטלאַנד, פֿראַנקרייַך, דייַטשלאַנד, ישראל, די פאַרייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, עסטרייך און כינע. בשעת די אָנטײל־נעמערס זענען אָנגעקומען האָבן מען געמאַכט שבועותלעך און רױזעלעך, אָדער געפּרוּװט צו אַנטפֿערן אַ פֿאַרהערל (אַ באַגריז קװיז?) ־ אױ צו שװער! צווישן די רעפֿעראַטן איז געווען אַן אינטערעסאַנטע פֿון אײדל מאַלאָװיצקי װעגן די ייִדן אין ווין (עסטרײַך), און אַ רעפֿעראַט וועגן די ראַדיקאַלן פֿון לאָנדאָן פֿון דוד ראָזענבערג. קאַטערינאַ קוזנעטצאָװאַ האָט געטאָן אַ שרײַבערס װאַרשטאַט, און דזשײק שנײַדער האָט גערעדט װעגן 'שמועס און װײַן' ־ אַ ייִדישער קולטור־נעץ אין בערלין. שרה טשיריטעסקו האָט געמאַכט אַ פּרעזענטאַציע װעגן מױ װער (משה רביב וורוביטשיק) אַ באַרימטע פאָטאָגראַף, און זי האָט געפֿירט אַן אינטערעסאַנטע דיסקוסיע װעגן ייִדישער פֿאָטאָגראַפֿירונג. עס זענען געװען אַ סך אַנדערע זאַכן. דאָס עסן אַיז געװען געשמאַק, די צימערן זענען געװען זײער בעקװעם, און מיר האָבן געזונגען און געטאַנצט ביז שפעט. ממש אַ מחיה.
In di doziker velder hot gehert men yidishe shtimen. Der driter yidisher sof-vokh iz fargekumen in Hillscourt - a konferents tsenter lebn Birmingham vos gehert tsum lerers-prof'farayn. Un yo - mir hobn geredt nor yidish! Es iz geven a ful program aktivitetn - azoy ful - s'iz geven shver tsu bashlosn bay velkher baytsuzayn. Referatn, varshtatn, tantsn un gezungen, an ofener-mikrofon mit lider un pieses. Mentshn zenen gekumen fun alerley lender - England, Shotland, Frankraykh, Daytshland, Yisroel, di Fareynikte Shtatn, Rusland, Estreykh un Khine. B'shas di onteyl-nemers zenen ongekumen hobn men gemakht shvues'lekh un royzelekh, oder gepruvt tsu antfern a farherl (a bagriz kviz?) - Oy tsu shver! Tsvishn di referatn iz geven an interesante fun Eidel Malovitski vegn di Yidn in Vin (Estraykh), un a referat vegn di radikaln fun London fun Dovid Rosenberg. Katerina Kuznetsova hot geton a shraybers varshtat, un Jake Schneider hot geredt vegn 'shmues un vayn' - a yidisher kultur-nets in Berlin. Sara Chiritescu hot gemakht a prezentatsye vegn Moi Ver (Moyshe Raviv Vorobeichic) a barimte fotograf, un zi hot gefirt an interesante diskusye vegn yidisher fotografirung. Es zenen geven a sakh andere zakhn. Dos esn iz geven geshmak, di tsimern zenen geven zeyer bekvem, un mir hobn gezungen un getantst biz shpet. Mamash a mekhayeh!
Add comment
Comments
עס איז געװען אַ פֿאַרגעניגן מיט דיר זיך צו באַקענען! ביז קומעדיק יאָר!