אױף אַ װינטער טאָג זענען מיר געגאַנגען גיך אױף אַ שמאָל װעגל צװישן ים און בערגן ביז מיט דער צײַט זענען מיר געפֿאַלן קרבנות פֿון גרױסער מידקײט. און מיר האָבן אָפּ געסטאַלט נעבן אַ שײנער מאָדנער סטאַנציע. אױפֿן פּעראָן איז געשטאַנען אַן אַלטער ייִד ־ יאָ ממש אַ ייִד – װאָס האָט אָנגעהײב שמועסן מיט אונדז װי ער האָט אונדזער אָנקום געװאַרט.
"גענוג מיט אַלע די אָנשטרענגונגען ־ אײַערער באַן װעט באַלד אָנקומען."
זײַן גרױסע גרױע באַרד האָט ניט געקאָנט באַהאַלטען זײַן שמײכל.
"אָבער ערשטנס זאָלט איר טרינקען עפּעס."
אױפֿן טיש איז געלעגן אַ פֿלאַש װײַן מיט דרײַ גלעזלעך.
"באַמי זיך," האָט ער געשעפּטשעט.
דאַכט זיך אַז עס איז געװען װײַן־שיכּחה ־ װײַן־פֿאַרגעסלעכקײײט. אין אַן אױגנבליק זענען מיר געװען אין דער באַן, און אַ קול האָט אָנגעזאָגט "זײַט בעגריס ־ איר זײַט אױף דער "רכּבת דמיון". די קומעדיקע סטאַנציע איז מזרח."
"װאָס איז מזרח? װוּ איז מזרח?" האָבן מיר געדאַכט. אָבער עס איז געװען כּמעט פֿאַרנאַכט, און מיר זענען אײַנגעשלאָפֿן.
Add comment
Comments